איך וויל רעגיסטרירן!

איסור והיתר

ווילט איר עפעס פרעגען? ביטע פילט אויס דעם פארם, מיר וועלען בעז"ה זיין בקשר ביז א טאג בלי"נ.

Thank you! We will call you as soon as we can!
Oops! Something went wrong while submitting the form.

ביטע רופט מיר מיט דעטאלן

ווילט איר עפעס פרעגען? ביטע פילט אויס דעם פארם, מיר וועלען בעז"ה זיין בקשר ביז א טאג בלי"נ.

Thank you! We will call you as soon as we can!
Oops! Something went wrong while submitting the form.
איסור והיתר

דאס איז דיין געלעגענהייט

ערהאלט דיין סמיכה אין איין יאר

וויפיל מאל האט זיך שוין געמאכט ביי אייך א שאלה אין קאך און געטראכט "פארוואס זאל איך נישט קענען די הלכות פון כשרות?" באקענט אייך מיט קנין הוראה, ווי אין אונזער נתיב הוראת איסור והיתר וועט איר אין א איין-יאריגע סעריע שיעורים קונה זיין די נויטיגע ידיעות צו באהאנדלען כל מיני קאמפלעצירטע שאלות אין כשרות. יעדע לומד ווערט באגלייט דורך אונזער באלערנדע חוברות מלא תוכן, וועכענטליכע שיעורים, און א מגיד שיעור מומחה צו ענטפערען אלע שאלות.

רעקארדירטע שיעורים
חוברות עזר
ערפארענע מגידי שיעור
חיזוק און באגלייטונג

מגידי שיעורים

מגיד שיעור

הרה"ג ר' יוחנן טווערסקי שליט"א
דומ"ץ סקווירא ובבית הוראה ברכת אשר
No items found.

איבער דעם קורס

פיל מאל וועט א יונגערמאן לערנען איסור והיתר אין כולל תיכף נאך זיין חתונה. אין ווי די יארן רוקן זיך און ער הייבט אן בויען זיין שטוב ווערט ער אוטאמאטיש פארנומען צו פארזארגן פרנסה פאר זיין וואקסנדע געזונדל. די חלום פון נעמען צייט זיך אוועקזעצן לערנען הלכות וואס זענען אזוי נוגע צו זיין לעבן הייבט אן אויסזעהן ווי א ווייטע פאנטאזיע. ער האט קוים צייט צו לערנען זיין טעגליכע שיעור מיט זיין חברותא, שוין אפגערעדט פון זיך אריין צו לאזן אין טיפע פארצווייגטע סוגיות פון שו"ע און פוסקים.

מיט קנין הוראה איז סמיכה יעצט א גרינג גרייכענדע ציל פאר אזוי פיל אינגעלייט.

די שיעורים ווערען פארגעלערנט מיט א אויסערגעווענליכע בקיאות און ברייטע כח הסברה: די מגיד שיעור וועט איבערגעבען די רייכע שיעורים און פערזענליך באגלייטען יעדן תלמיד צו פארזיכערען זיין הצלחה.

 יעדער תלמיד וועט אויך ערהאלטן די הערליכע קונטרסים אויף יעדע נושא אין א קלארע לייכטע שפראך. קונטרס ציורים און טבלאות צו פארזיכערן אז איר וועט אלעס פארשטיין מיט א קלארקייט און די חוברת סיכומים וואס נעמט אלעס צוזאם אז איר זאלט עס גוט קענען און געדענקען.

אויב האט איר אייביג געוואלט קענען איסור והיתר אבער איר זענט פשוט נישט אנגעקומען דערצו, קען דאס זיין אייער שליסעל צו ערמעגליכען דעם חלום!

Workshops & Lectures

No items found.

די סדר הלימודים

די לימוד דעקט די הלכות פון בשר בחלב, תערובות און מליחה אנגעהויבען ביי די שלחן ערוך און נושאי כלים ביז צו די פראקטישע הלכה למעשה.

נאך א גאנצע יאר פון שווערע האראוואניע וועט יעדער תלמיד - וואס איז אריבער די בחינות בהצלחה - עררייכען זיין וואויל פארדינטע תעודת הוראה בחתימת די חשובע וועד הרבנים מסמיכים פון קנין הוראה.

לוח הלימודים
דאונלאוד דעם לוח

Testimonials

אפט געפרעגטע שאלות

וואס פאסירט אויב איך פארפאס א שיעור?

ווי לאנג נעמט די גאנצע קורס?

קען מען טאקע באקומען סמיכה אין בלויז איין יאר?

דער פראגראם

אונזער קורסעס

סמיכה פון
רבנים מובהקים שליט"א

ווען איר לערנט מיט אונזער פראגראם, וועלען מיר אייך באגלייטען ביז צום פארהערען ביי גדולי רבני בארא פארק און מיר וועלען אייך העלפען צו באקומען שימוש למעשה אין שאלות המצויות.

ערפארענע
מגידי שיעור

אונזער מגידי שיעור זענען עקספערטען אין דעם פעלד און צייכענען זיך אויס מיט קלארקייט און פראקטיק. יעדער מגיד שיעור איז איבערגעגעבען צו זעהן די הצלחה פון זיינע תלמידים פארזיכערענדיג אז איר זענט גרייט פאר די בחינות.

ספעציעלע
חוברות-עזר

מיר האבען בסייעתא דשמיא אהערגעשטעלט הערליכע חוברות-עזר: קונטריסים אויף יעדע נושא אין א קלארע לייכטע שפראך. ציורים און טבלאות פארזיכערן אז איר וועט אלעס פארשטיין מיט א קלארקייט און די קלארע סיכומים נעמען אלס צוזאם אז איר זאלט עס גוט קענען און געדענקען.

חיזוק
און עידוד

אונזער ערפארענע שטאב איז אייביג דא פאר אייך, צו ענטפערן סיי וועלכע שאלות, בשעת השיעור און אויך אין אלע אנדערע זמנים. א הערליכע קשר ווערט אויך אויפגעבויט צווישען די משתתפי השיעור.

גאר רייכע תוכן

אונזערע ספעציעלע חוברות-עזר זענען צוזאמגעשטעלט דורך אונזער אייגענע מומחים בהלכה והוראה, פון די ווערטער פונ'עם שלחן ערוך און פוסקים, צו אונזערע ספעציעלע סיכומים, ציורים און טבלאות. מיר האבען בס"ד אהערגעשטעלט תוכן וואס וועט אפעלירן צו אלע סארט לערנער. צו איר לערנט בעסער דורך, שיעורים, ספרים אדער ציורים, וועט איר אייך טרעפעפן אייער פלאץ מיט א גוטע דרך קונה צו זיין די הלכות.