דער פראגראם

לערנען הלכה, פארהערען הלכה, קענען הלכה!
לערנט פאר א יאר מיט אונזער מומחיותדיגע באגלייטונג און ערהאלט א תעודת הוראה וואס פארצייכענט אייער בקיאות אין הלכה, בחתימת וועד רבני קנין הוראה

דער פראגראם

אונזער קורסעס

סמיכה פון
רבנים מובהקים שליט"א

אונזער וועד הסמיכה רעכנט אריין חשוב'ע רבנים, צווישען זיי, די צאנזער דיין פון בארא פארק הרה"ג רבי שלמה לייזער שליט"א און הרה"ג רבי אברהם צבי פריעדמאן שליט"א דומ"ץ גאלאנטא ומח"ס אוצר הלכות.

ערפארענע
מגידי שיעור

אונזער מגידי שיעור זענען עקספערטען אין דעם פעלד און צייכענען זיך אויס מיט קלארקייט און פראקטיק. יעדער מגיד שיעור איז איבערגעגעבען צו זעהן די הצלחה פון זיינע תלמידים פארזיכערענדיג אז איר זענט גרייט פאר די בחינות.

ספעציעלע
חוברות-עזר

מיר האבען בסייעתא דשמיא אהערגעשטעלט הערליכע חוברות-עזר: קונטריסים אויף יעדע נושא אין א קלארע לייכטע שפראך. ציורים און טבלאות פארזיכערן אז איר וועט אלעס פארשטיין מיט א קלארקייט און די קלארע סיכומים נעמען אלס צוזאם אז איר זאלט עס גוט קענען און געדענקען.

חיזוק
און עידוד

אונזער ערפארענע שטאב איז אייביג דא פאר אייך, צו ענטפערן סיי וועלכע שאלות, בשעת השיעור און אויך אין אלע אנדערע זמנים. א הערליכע קשר ווערט אויך אויפגעבויט צווישען די משתתפי השיעור.

געהערט פון אונזערע תלמידים

"כאטש איך קען נישט אריינקומען אין בארא פארק פערזענליך, שפיר איך ווי א חלק פון די זאך, אלעס איז צוגעשטעלט אויף א זילבערנע טאץ."

דוד ר.
Lakewood, NJ

"ימלא פי תהלתך. קנין הוראה האט מיר געגעבן א נייע חיות אין לימוד התורה"

יענקי פ.
Boro Park, NY

"איר האט צוגעשטעלט אסאך מער ווי איך האב מיך גערעכנט, צו ס'איז די קונטריסים, די מגידי שיעור, דער סדר פון לימוד וחזרה, ס'איז דאך הפלא ופלא!"

ברוך וו.
Seagate, NY

יעדער  
קען
באקומען סמיכה,
יא, אויך דו.

ערהאלט א תעודת הוראה וואס פארצייכענט אייער בקיאות אין הלכה, בחתימת וועד רבני קנין הוראה

אונזער קורסעס