סמיכה פון
רבנים מובהקים שליט"א
ווען איר לערנט מיט אונזער פראגראם, וועלען מיר אייך באגלייטען ביז צום פארהערען ביי גדולי רבני בארא פארק און מיר וועלען אייך העלפען צו באקומען שימוש למעשה אין שאלות המצויות.
ביי די נתיב הטהרה פון קנין הוראה וועט איר קענען קלאר אין גרינטלעך דורכלערנען און חזר'ן כל הלכות נדה מרישא ועד גמירא, פון די יסודות ביז אלע הלכות הנוגאים, באגלייט מיט פארשידענע שאלות וואס קומען פאר למעשה, ווי מען טוט דורכגעטון סיי די הלכה חלק אין סיי די פראקטישע חלקים.
זענט איהר א כולל יונגערמאן וואס וויל זיך משלים זיין בדרכי הוראה בהלכות נדה? א רב וואס האט דארף קענען די וויכטיגע הלכות? אדער זענט איהר א בעל הבית וואס וויל גוט קענען הלכות נדה מיט א קלארקייט?
אסאך יונגעלייט לערנען אין כולל יורה דעה חלק ב' וואס איז כולל הלכות נדה, אבער אינצווישן די סיבות וואס זענען גורם אן אימקלארקייט אין די הלכה למעשה, איז די חסרון פון נישט חזר'ן בכלל אדער נישט חזר'ן ריכטיג. און ווי אויך גדול שימושה יותר מלימודה, דהיינו: א גרויסע טייל פון די שאלות וואס קומען פאר ביי יעדער יונגערמאן אין שטוב זענען נישט אויסגעשמועסט בפירוש אין שו"ע, נאר זיי זענען שאלות וואס פאדערט ליבון ושימוש לדמות מלתא למלתא.
אסאך ערליכע יונגעלייט וואס זענען טרוד על המחיה ועל הכלכלה, האבן בכלל נישט געהאט די הזדמנות צו לערנען די הלכות אין כולל. און זיי ווילן וויסן וואס איז מותר וואס איז אסור, און וואס פאדערט שיקול הדעת פון א מורה הוראה לדון לגופו של ענין.
נתיב הטהרה פון קנין הוראה איז די ענטפער, פארגעלערענט מיט א זעלטענע קלארקייט, די שיעורים ווערן איבערגעגעבען פערזענליך אינעווענדיג אין שו"ע, אויסשמועסענדיג די פארשידענע מציאות'ן און שאלות וואס קומען פאר, ביז די הלכה למעשה.
עס זענען פארהאן ספעציעלע קונטרסים פון הסברה און סיכומים צוגעשטעלט כדי צו קענען חזר'ן די לימודים מיט א קלארקייט, ווי אויך באשטימטע צייטן פאר חזרה אויף די לימודים.
נאך א גאנצע יאר פון שווערע האראוואניע וועט יעדער תלמיד - וואס איז אריבער די בחינות בהצלחה - עררייכען זיין וואויל פארדינטע תעודת הוראה בחתימת די חשובע וועד הרבנים מסמיכים פון קנין הוראה.
ווען איר לערנט מיט אונזער פראגראם, וועלען מיר אייך באגלייטען ביז צום פארהערען ביי גדולי רבני בארא פארק און מיר וועלען אייך העלפען צו באקומען שימוש למעשה אין שאלות המצויות.
אונזער מגידי שיעור זענען עקספערטען אין דעם פעלד און צייכענען זיך אויס מיט קלארקייט און פראקטיק. יעדער מגיד שיעור איז איבערגעגעבען צו זעהן די הצלחה פון זיינע תלמידים פארזיכערענדיג אז איר זענט גרייט פאר די בחינות.
מיר האבען בסייעתא דשמיא אהערגעשטעלט הערליכע חוברות-עזר: קונטריסים אויף יעדע נושא אין א קלארע לייכטע שפראך. ציורים און טבלאות פארזיכערן אז איר וועט אלעס פארשטיין מיט א קלארקייט און די קלארע סיכומים נעמען אלס צוזאם אז איר זאלט עס גוט קענען און געדענקען.
אונזער ערפארענע שטאב איז אייביג דא פאר אייך, צו ענטפערן סיי וועלכע שאלות, בשעת השיעור און אויך אין אלע אנדערע זמנים. א הערליכע קשר ווערט אויך אויפגעבויט צווישען די משתתפי השיעור.
אונזערע ספעציעלע חוברות-עזר זענען צוזאמגעשטעלט דורך אונזער אייגענע מומחים בהלכה והוראה, פון די ווערטער פונ'עם שלחן ערוך און פוסקים, צו אונזערע ספעציעלע סיכומים, ציורים און טבלאות. מיר האבען בס"ד אהערגעשטעלט תוכן וואס וועט אפעלירן צו אלע סארט לערנער. צו איר לערנט בעסער דורך, שיעורים, ספרים אדער ציורים, וועט איר אייך טרעפעפן אייער פלאץ מיט א גוטע דרך קונה צו זיין די הלכות.