סמיכה פון
רבנים מובהקים שליט"א
ווען איר לערנט מיט אונזער פראגראם, וועלען מיר אייך באגלייטען ביז צום פארהערען ביי גדולי רבני בארא פארק און מיר וועלען אייך העלפען צו באקומען שימוש למעשה אין שאלות המצויות.
איסור והיתר מיט סמיכה שנה ב' - טוט מען גרינטליך איבערחזר'ן די לימודי יורה-יורה וואס איר האט שוין געלערנט. ווי אויך לערנט מען פילע אנדערע וויכטיגע הלכות פון יורה דעה. אין דעם איין-יאריגע סעריע פון שיעורים [געאייגנט פאר די וואס האבן שוין געלערנט בב"ח און תערובות] וועט איר קונה זיין די ידיעות צו באהאנדלען סיי וועלכע מין שאלות וואס איז נוגע צו כשרות. איר וועט ווערן באגלייט מיט די גאר הערליכע חוברות פון קנין הוראה, די שיעורים יעדע וואך, און א מגיד שיעור מומחה צו ענטפערען אלע שאלות.
איר האט שוין בעזרת השם יתברך ערהאלטן אייער תעודת הוראה אויף הלכות איסור והיתר, אבער ווי פארשטייט זיך איז נאך דא פילע הלכות וואס זענען נוגע טאג טעגליך וואס מען קען זיך אין דעם משלים זיין.
איז קנין הוראה געקומען מיט א חידוש בעולם ההוראה, מיטן אהערשטעלן א חבורה ווי מען חזר'ט גרינטליך איבער הלכות בשר וחלב ותערובות מיט אלע פרטים ודוקדוקים און מען פארהערט זיך דערויף.
די סמיכה חבורה טוט פארברייטערן די נושאים צו הלכות ביצים, תולעים, מאכלי עכו"ם, טבילת כלים ועוד.
ווי אויך באקומט מען ערשטהאנטיגע ידיעות דורך שאלות וואס קומען אריין טאג טעגליך אין די בית הוראה.
דורך לערנען מיט דעם חבורה וועט איר בס"ד קענען קונה זיין די סוגיות אין זיך פארהערן מיט פולקאמע סמיכה פון גדולי הרבנים ופוסקים שליט"א
נאך א גאנצע יאר פון שווערע האראוואניע וועט יעדער תלמיד - וואס איז אריבער די בחינות בהצלחה - עררייכען זיין וואויל פארדינטע תעודת הוראה בחתימת די חשובע וועד הרבנים מסמיכים פון קנין הוראה.
ווען איר לערנט מיט אונזער פראגראם, וועלען מיר אייך באגלייטען ביז צום פארהערען ביי גדולי רבני בארא פארק און מיר וועלען אייך העלפען צו באקומען שימוש למעשה אין שאלות המצויות.
אונזער מגידי שיעור זענען עקספערטען אין דעם פעלד און צייכענען זיך אויס מיט קלארקייט און פראקטיק. יעדער מגיד שיעור איז איבערגעגעבען צו זעהן די הצלחה פון זיינע תלמידים פארזיכערענדיג אז איר זענט גרייט פאר די בחינות.
מיר האבען בסייעתא דשמיא אהערגעשטעלט הערליכע חוברות-עזר: קונטריסים אויף יעדע נושא אין א קלארע לייכטע שפראך. ציורים און טבלאות פארזיכערן אז איר וועט אלעס פארשטיין מיט א קלארקייט און די קלארע סיכומים נעמען אלס צוזאם אז איר זאלט עס גוט קענען און געדענקען.
אונזער ערפארענע שטאב איז אייביג דא פאר אייך, צו ענטפערן סיי וועלכע שאלות, בשעת השיעור און אויך אין אלע אנדערע זמנים. א הערליכע קשר ווערט אויך אויפגעבויט צווישען די משתתפי השיעור.
אונזערע ספעציעלע חוברות-עזר זענען צוזאמגעשטעלט דורך אונזער אייגענע מומחים בהלכה והוראה, פון די ווערטער פונ'עם שלחן ערוך און פוסקים, צו אונזערע ספעציעלע סיכומים, ציורים און טבלאות. מיר האבען בס"ד אהערגעשטעלט תוכן וואס וועט אפעלירן צו אלע סארט לערנער. צו איר לערנט בעסער דורך, שיעורים, ספרים אדער ציורים, וועט איר אייך טרעפעפן אייער פלאץ מיט א גוטע דרך קונה צו זיין די הלכות.