סמיכה פון
רבנים מובהקים שליט"א
ווען איר לערנט מיט אונזער פראגראם, וועלען מיר אייך באגלייטען ביז צום פארהערען ביי גדולי רבני בארא פארק און מיר וועלען אייך העלפען צו באקומען שימוש למעשה אין שאלות המצויות.
אין דעם חבורה, וועט איר לערנען אלע סוגיות ההלכה וואס זענען נוגע פאר דעם ערליכען בעל פרנסה אדער סיי ווער עס האט א חשק אין חושן משפט. דער שיעור ווערט איבערגעגעבן איין מאל א וואך, און אפילו א פארנומענע ביזנעסמאן קען עס מיטהאלטען און קענען. ברענגט אריין אן הלכה'דיע אטמאספער אין אייער עסק, בעסק התורה.
אין פילע הינזיכטן אינעם אידישע לעבן זענען די הלכות קלאר און באקאנט, און אויך שייך פאר יעדעם צו לערנען. אבער דיני ממונות און עניני מסחר וואס זענען פונקט אזוי נוגע, זענען אבער גאר פארנעפלט. די וועלט פון מסחר ווערט אלס מער און מער פארגעשריטן און עס איז גאר קריטיש וויכטיג זיך צו באקענען מיט די יסודות ההלכה, און וויאזוי אנצוגיין טאג טעגליך אין מסחר על פי ההלכה.
צו ס'איז די פארצווייגטע דינים פון נזיקין און ד' שומרים, אדער וויאזוי מ'באגייט זיך מיט ארבייטער, שותפות, קאמישאנס, שטרות, קנינים, קאנקורענץ און הסגת גבול - דער חבורה וועט דורכגיין דאס און אלעס וואס איר וועט באגעגענן אין מסחר.
דורכ'ן לערנען דיני ממונות במסגרת קנין הוראה, וועט איר גרינטליך פארשטיין יעדע שאלה ותשובה מכל הבא לידך, און פון וואס ס'האנדלט זיך און וויאזוי מ'דארף צוגיין צו א שאלה אין דיני ממונות.
נאך א גאנצע יאר פון שווערע האראוואניע וועט יעדער תלמיד - וואס איז אריבער די בחינות בהצלחה - עררייכען זיין וואויל פארדינטע תעודת הוראה בחתימת די חשובע וועד הרבנים מסמיכים פון קנין הוראה.
ווען איר לערנט מיט אונזער פראגראם, וועלען מיר אייך באגלייטען ביז צום פארהערען ביי גדולי רבני בארא פארק און מיר וועלען אייך העלפען צו באקומען שימוש למעשה אין שאלות המצויות.
אונזער מגידי שיעור זענען עקספערטען אין דעם פעלד און צייכענען זיך אויס מיט קלארקייט און פראקטיק. יעדער מגיד שיעור איז איבערגעגעבען צו זעהן די הצלחה פון זיינע תלמידים פארזיכערענדיג אז איר זענט גרייט פאר די בחינות.
מיר האבען בסייעתא דשמיא אהערגעשטעלט הערליכע חוברות-עזר: קונטריסים אויף יעדע נושא אין א קלארע לייכטע שפראך. ציורים און טבלאות פארזיכערן אז איר וועט אלעס פארשטיין מיט א קלארקייט און די קלארע סיכומים נעמען אלס צוזאם אז איר זאלט עס גוט קענען און געדענקען.
אונזער ערפארענע שטאב איז אייביג דא פאר אייך, צו ענטפערן סיי וועלכע שאלות, בשעת השיעור און אויך אין אלע אנדערע זמנים. א הערליכע קשר ווערט אויך אויפגעבויט צווישען די משתתפי השיעור.
אונזערע ספעציעלע חוברות-עזר זענען צוזאמגעשטעלט דורך אונזער אייגענע מומחים בהלכה והוראה, פון די ווערטער פונ'עם שלחן ערוך און פוסקים, צו אונזערע ספעציעלע סיכומים, ציורים און טבלאות. מיר האבען בס"ד אהערגעשטעלט תוכן וואס וועט אפעלירן צו אלע סארט לערנער. צו איר לערנט בעסער דורך, שיעורים, ספרים אדער ציורים, וועט איר אייך טרעפעפן אייער פלאץ מיט א גוטע דרך קונה צו זיין די הלכות.