סמיכה פון
רבנים מובהקים שליט"א
ווען איר לערנט מיט אונזער פראגראם, וועלען מיר אייך באגלייטען ביז צום פארהערען ביי גדולי רבני בארא פארק און מיר וועלען אייך העלפען צו באקומען שימוש למעשה אין שאלות המצויות.
דער נייעם מועדים וזמנים חבורה, איז געבויט אייך צו באגלייטן מיט די הלכות וואס זענען נוגע חג בחג. קומטס אן צום יום טוב אדער מצוה ווי א ידען אין יעדע הלכה וענין.
אונזער לוח איז מלא וגדוש מיט מועדים וזמנים - און יעדער זמן קומט מיט זיך אירע אייגענע מצוות און מנהגים. צו ס'זאל זיין שופר, בויען א סוכה, קלויבן ד' מינים, צוגרייטען א הויז פאר פסח, אדער וויסן וואס איז נוגע אין חול המועד, און וויאזוי יום טוב איז אנדערש פון שבת, קומט מיט א וועלט פון הלכה'דיגע פרטים אין די מועדים וזמני השנה.
יעדעס יאר האט מען די זעלבע שאלות, וויאזוי כשר'ט מען פאר פסח? ווען איז די ריכטיגע זמן פאר סעודת פורים? מעג מען שרייבען א טשעק חול המועד? איינער וואס פאסט נישט יוה"כ ל"ע, מאכט ער קידוש?
די שאלות זענען נישט סתם ללימוד בעלמא, דאס זענען עכטע שאלות להלכה ולמעשה. פאר דעם זאגט דער גמרא אז משה רבינו האט מתקן געווען אז מ'זאל לערנען הלכות חג בחג, לדעת את המעשה אשר יעשון.
דער מועדים וזמנים חבורה איז אוועק געשטעלט אייך אהערצושטעלן די הלכות פון די זמני ומועדי השנה, מיט א דגוש אויף הלכה למעשה. מיט וואס איר וועט בעזרת השם אנקומען צו יעדעם יום טוב מיט די ריכטיגע הכנה!
מען וועט בעזרת השם לערנען: דיני יום טוב וחול המועד, ראש השנה, יום כיפור, סוכות חנוכה ופורים, חודש ניסן, הכנה לפסח, וסדר ליל פסח, הל' תענית ובין המצרים.
ביי יעדער שיעור וועט איר באקומען די קלארע הלכה למעשה, געלערנט פון אינעוויניג אין משנה ברורה, צוזאמען מיט הוראות פון אונזערע באקאנטע קונטריסים צו צושטעלן דעם שולחן ערוך מיט דעם היינטיגע טאג טעגליכע לעבן.
נאך א גאנצע יאר פון שווערע האראוואניע וועט יעדער תלמיד - וואס איז אריבער די בחינות בהצלחה - עררייכען זיין וואויל פארדינטע תעודת הוראה בחתימת די חשובע וועד הרבנים מסמיכים פון קנין הוראה.
ווען איר לערנט מיט אונזער פראגראם, וועלען מיר אייך באגלייטען ביז צום פארהערען ביי גדולי רבני בארא פארק און מיר וועלען אייך העלפען צו באקומען שימוש למעשה אין שאלות המצויות.
אונזער מגידי שיעור זענען עקספערטען אין דעם פעלד און צייכענען זיך אויס מיט קלארקייט און פראקטיק. יעדער מגיד שיעור איז איבערגעגעבען צו זעהן די הצלחה פון זיינע תלמידים פארזיכערענדיג אז איר זענט גרייט פאר די בחינות.
מיר האבען בסייעתא דשמיא אהערגעשטעלט הערליכע חוברות-עזר: קונטריסים אויף יעדע נושא אין א קלארע לייכטע שפראך. ציורים און טבלאות פארזיכערן אז איר וועט אלעס פארשטיין מיט א קלארקייט און די קלארע סיכומים נעמען אלס צוזאם אז איר זאלט עס גוט קענען און געדענקען.
אונזער ערפארענע שטאב איז אייביג דא פאר אייך, צו ענטפערן סיי וועלכע שאלות, בשעת השיעור און אויך אין אלע אנדערע זמנים. א הערליכע קשר ווערט אויך אויפגעבויט צווישען די משתתפי השיעור.
אונזערע ספעציעלע חוברות-עזר זענען צוזאמגעשטעלט דורך אונזער אייגענע מומחים בהלכה והוראה, פון די ווערטער פונ'עם שלחן ערוך און פוסקים, צו אונזערע ספעציעלע סיכומים, ציורים און טבלאות. מיר האבען בס"ד אהערגעשטעלט תוכן וואס וועט אפעלירן צו אלע סארט לערנער. צו איר לערנט בעסער דורך, שיעורים, ספרים אדער ציורים, וועט איר אייך טרעפעפן אייער פלאץ מיט א גוטע דרך קונה צו זיין די הלכות.