Online classes

Lorem ipsum dolor sit amet, consectetur adipiscing elit. Viverra tristique laoreet ut elementum cras cursus. Morbi morbi at diam.

דיני ממונות

דיני ממונות

אין דעם קורס, וועט איר לערנען אלע סוגיותההלכה וואס זענען נוגע פאר דעם ערליכען בעל פרנסה. דער שיעור איז איין מאל א וואך זונטאג, און אפילו א פארנומענע ביזנעסמאן קען עס מיטהאלטען. אלע עניני הלכה זענען וויכטיג אבער דא קענט איר איבערדרייען אייער עסק פון א גאנצע טאג צו אן עסק פון תורה און עבודת השם.

הלכות טהרה

הלכות טהרה

ביי די נתיב הטהרה פון קנין הוראה וועט איהר קענען קלאר אין גרינטלעך לערנען און חזר'ן הלכות נדה מרישא ועד גמירא, פון די יסודות ביז הלכה למעשה, מיט פארשידענע שאלות וואס קומען פאר למעשה, דורכגעטון סיי די הלכה חלק אין סיי די פראקטישע חלקים.

הלכות מקוואות

הלכות מקוואות

איר גייט אין מקוה יעדן טאג? איר זוכט צו קענען דער אומבאקאנטע מקצוע? איר קלערט צו בויען א מקוה? מקוה פארנעמט גאר א חשוב ארט אין אידישקייט. לערנט וואס גייט אריין אין א מקוה, פארשטייט גוט די סוגיא און באקען זיך מיט אלע שיטות, לערן פון מומחים אינעם פעלד

הלכות שבת

הלכות שבת

איר האט אלס געוואלט קענען הלכות שבת אבער נישט געהאט די דרייסטקייט זיך אריינצולאזען אין די פארצווייגטע סוגיות? שבת איז יעדע וואך. גרייט אייך צו מיט די נתיב השבת פון קנין הוראה ווי איר וועט קונה זיין הלכות שבת אין איין יאר.

סמיכה איסור והיתר

סמיכה איסור והיתר

וויפיל מאל האט זיך שוין געמאכט א שאלה אין קאך און דו האסט געטראכט "פארוואס זאל איך נישט קענען די הלכות פון כשרות?" ברוך הבא צו קנין הוראה. אין אונזער נתיב הוראת איסור והיתר וועט איר אין אן איין-יאר סעריע שיעורים קונה זיין די ידיעות צו באהאנדלען קאמפליצירטע שאלות אין כשרות. איר וועט ווערן באגלייט מיט אונזער באלערנדע חוברות מלא תוכן, וועכענטליכע שיעורים, און א מגיד שיעור מומחה צו ענטפערען אלע שאלות.

יעדער  
קען
באקומען סמיכה,
יא, אויך דו.

ערהאלט א תעודת הוראה וואס פארצייכענט אייער בקיאות אין הלכה, בחתימת וועד רבני קנין הוראה

אונזער קורסעס