In person class

Lorem ipsum dolor sit amet, consectetur adipiscing elit. Viverra tristique laoreet ut elementum cras cursus. Morbi morbi at diam.

מועדים וזמנים

מועדים וזמנים

דער נייעם מועדים וזמנים חבורה, איז געבויט אייך צו באגלייטן מיט די הלכות וואס זענען נוגע חג בחג. קומטס אן צום יום טוב אדער מצוה ווי א ידען אין יעדע הלכה וענין.

הלכות ריבית

הלכות ריבית

אין די ריבית חבורה, וועט איר גוט אפלערנען די טיפע סוגיות פון הלכות ריבית וסביבותיה. דעם נושא איז קריטיש וויכטיג פאר יעדער בעל פרנסה און פאר יעדע מורה הוראה. קנין הוראה האט זיך אריינגעלייגט אויסצושטעלן דעם גאר אייגנארטיגען פראגראם, מיוחד פאר לומדי קנין הוראה. דער שיעור איז איין מאל א וואך, ספעציעל געאייגענט אז די פארנומענע ביזנעסמאן זאל עס מיטהאלטען און קענען.

דיני ממונות

דיני ממונות

אין דעם חבורה, וועט איר לערנען אלע סוגיות ההלכה וואס זענען נוגע פאר דעם ערליכען בעל פרנסה אדער סיי ווער עס האט א חשק אין חושן משפט. דער שיעור ווערט איבערגעגעבן איין מאל א וואך, און אפילו א פארנומענע ביזנעסמאן קען עס מיטהאלטען און קענען. ברענגט אריין אן הלכה'דיע אטמאספער אין אייער עסק, בעסק התורה.

הלכות טהרה

הלכות טהרה

ביי די נתיב הטהרה פון קנין הוראה וועט איר קענען קלאר אין גרינטלעך דורכלערנען און חזר'ן כל הלכות נדה מרישא ועד גמירא, פון די יסודות ביז אלע הלכות הנוגאים, באגלייט מיט פארשידענע שאלות וואס קומען פאר למעשה, ווי מען טוט דורכגעטון סיי די הלכה חלק אין סיי די פראקטישע חלקים.

הלכות שבת - הלכה למעשה

הלכות שבת - הלכה למעשה

איר האט אלס געוואלט זיך נענטער באקענען מיט הלכות שבת, אבער נישט געהאט די דרייסטקייט זיך אריינצולאזען אין די פארצווייגטע סוגיות? שבת איז יעדע וואך. גרייט אייך צו מיט די נתיב השבת פון קנין הוראה ווי איר וועט קונה זיין הלכות שבת וואס זענען נוגע למעשה אין איין יאר.

איסור והיתר

איסור והיתר

וויפיל מאל האט זיך שוין געמאכט א שאלה אין קאך און דו האסט געטראכט "פארוואס זאל איך נישט קענען די הלכות פון כשרות?" ברוך הבא צו קנין הוראה. אין אונזער נתיב הוראת איסור והיתר וועט איר אין אן איין-יאר סעריע שיעורים קונה זיין די ידיעות צו באהאנדלען קאמפליצירטע שאלות אין כשרות. איר וועט ווערן באגלייט מיט אונזער באלערנדע חוברות מלא תוכן, וועכענטליכע שיעורים, און א מגיד שיעור מומחה צו ענטפערען אלע שאלות.

יעדער  
קען
באקומען סמיכה,
יא, אויך דו.

ערהאלט א תעודת הוראה וואס פארצייכענט אייער בקיאות אין הלכה, בחתימת וועד רבני קנין הוראה

אונזער קורסעס