פארהערען ביי גדולי רבנים שליט"א

פארהערען ביי גדולי רבנים שליט"א

August 18, 2024

אין די פארלאפענע וואכן זענען פארגעקומען א סעריע בחינות בעל פה פאר די חשוב'ע בעלי בתים און אברכים לומדי מסגרת קנין הוראה. די בני החבורות, וועלכע רייסן זיך אוועק טאג טעגליך צו לערנען, חזר'ן און דורכגיין די סוגיות און ארויסנעמען שמעתתא אליבא דהלכתא, האבן זיך געשטעלט אויפ'ן פארהער דורך דיינים מובהקים מורי הוראה בישראל וועלכע האבן אויסגעדרוקט טיפע התפעלות איבער די הצלחה פון די יונגעלייט אין זייערע לימודים, העכער אלע ערווארטונגען.

קנין הוראה האט זינט חודש סיון פון שנת תשפ"ג לפ"ק, געגרינדעט גאנצע אכט חבורות פון בעלי בתים און אברכים מופלגים וועלכע זענען מקדיש טעגליך און וועכנטליך צייט אין זייער פארנומענעם סדר היום קונה צו זיין קנינים נצחיים אין לימוד הלכה למעשה, באגלייט מיט די וויכטיגע יסודות פון טור ושו"ע און די נושאי כלים. די ציל פון די חבורה איז אז אויך בעלי בתים זאלן קענען קונה זיין די וויכטיגע ידיעות וואס יעדע איד דארף צו וויסן זיך צו קענען פירן ווי אן ערליכן איד טאג טעגליך, כאטש מען געפינט זיך נישט בין כותלי ביהמ"ד א גאנצן טאג. באזונדער געבט דאס א זעלטענע געלעגנהייט פאר אברכים תלמידי חכמים זיך צו באקענען מיט די וועלט פון הלכה למעשה, וועלכע ווערט אפט נישט אדרעסירט אין די כוללים און ישיבות אויף א מסודר'דיגע פארנעם. 

די שיעורים ווערן פארגעלערנט מיט א זעלטענע קלארקייט דורך חשוב'ע דיינים מורי הוראה שליט"א, וועלכע געבן זיך אפ מיט די משתתפים צו מלבן זיין די סוגיות פון די יסודות ביז צו די הלכה למעשה. 

אצינד הייבן זיך אן צו זען די פירות פון די יגיעה וואס די בני החבורות האבן אריינגעלייגט ווען עטליכע חבורות פון דריי באזונדערע הילכתא'ס האבן זיך געשטעלט צום פארהער דורך דיינים מובהקים שליט"א, און טריאמפירט נאך זייערע וואכן און חדשים פון יגיעה און האראוואניע בעמקה של הלכה. 

איינס פון די בחינות וואס האבן גאר שטארק אויסגענומען איז געווען געווידמעט פאר די בני החבורה פון הלכות איסור והיתר. די קבוצה יונגעלייט וועלכע האבן זיך געשטעלט צום פארהער האבן זינט פארלאפענעם חודש סיון שנת תשפ"ג לפ"ק דורכגעלערנט ביגיעה רבה די יסודות און הלכות למעשה פון דיני בשר וחלב אינערהאלב די חבורה פאר לימוד איסור והיתר. עס האט זיך דערקענט ביים פארהער די געוואלדיגע הצלחה און די קנינים וואס די בני החבורה האבן קונה געווען דורכאויס די פילע חדשים פון עמל ויגיעה, און די דערהויבענע געפיל פון 'אשרי מי שבא לכאן ותלמודו בידו' האט זיך געטאפט אין די לופטן, ווען די חשוב'ע יונגעלייגט גרייטן זיך אויפ'ן קומענדיגע פאזע קונה צו זיין די אנדערע חלקים אינערהאלב איסור והיתר, אריינגערעכנט הלכות תערובות און נאך. 

הגאון רבי יחיאל מיכל שטיינמעטץ שליט"א - דומ"ץ סקווירא, האט אויסגעדרוקט זיין אויסערגעווענליכע התפעלות נאכ'ן פארהערן די לומדי הלכות איסור והיתר, און אנערקענט אז דא האנדעלט זיך פון יונגעלייט וועלכע גייען ארויס מיט געוואלדיגע קנינים, און בפרט דאס ארויסגיין מיט א קלארקייט אין די ליבון הלכתא להלכה למעשה צו וויסן אויף טריט און שריט ווי אזוי א איד דארף זיך צו פירן. באזונדער האט ער באוואונדערט די געוואלדיגע בקיאות פון די לומדים וועלכע האבן געקענט אנצייכענען אויך די מקורות פון שו"ע און נו"כ ביז צו די אחרונים למעשה. 

אויך הגאון רבי בנימין ברייער שליט"א - דומ"ץ וויען האט אויסגעדרוקט זיין שטארקע התפעלות אויף די בני החבורה וועלכע האבן זיך שטארק משלים געווען אין די הלכות למעשה, ווי אויך די בקיאות און ברייטקייט אין די נושא. ער האט דערביי באוואונדערט ווי אזוי עס איז מעגליך אז אין אזא קורצע תקופה זאלן זיך די יונגעלייט אויסצייכענען אויף אזא שטארקע פארנעם. די רעזולטאטן פון די בחינות ווייזן אן אז די יונגעלייט זענען זיך נישט בלויז משתתף אין די וועכענטליכע שיעורים, נאר נעמען די לימוד פערזענליך און זענען משקיע אין דעם שעות ארוכות דורכאויס די וואך, אקערנדיג איבער די מחבר און נושאי כלים כדי צו האבן א ריכטיגע היקף און ברייטקייט אין די הלכות. 

א באזונדערע סעריע פארהערן איז פארגעקומען אין שפיץ פון הגאון ר' שלמה לייזער שליט"א - דומ"ץ צאנז, וועלכע האט פארהערט די בני החבורות וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן אין די לעצטע תקופה. דאס נעמט אריין די קבוצות אויף הלכות שבת, הלכות איסור והיתר, ווי אויך הלכות טהרה. די בני החבורה האבן ארויסגעגעבן זייערע קנינים וועלכע זענען שטארק קענטיג געווען ביים זיך אויסצייכענען אין דעם פארהער, און דער חשוב'ער דיין שליט"א האט שטארק באצייכענט די הצלחה און סייעתא דשמיא וואס זעט זיך אן ביי די בני החבורות וועלכע זענען משים לילות כימים ארויסצוגיין מיט א ריכטיגע 'קנין הוראה'. 

Latest Articles

All Articles
געלעבט די הלכה

געלעבט די הלכה

די חשובע משתתפים אין די חבורות פון איסור והיתר זענען געגאנגען צו צוויי גרויסע בתי שחיטה אין ניו יארק, מיטצוהאלטן און צוזעהן פון דער נאנט די אלע הלכות וואס מ'האט נארוואס קונה געוועהן.

נייעס
א נייער שותפות

א נייער שותפות

קנין הוראה צוזאמען מיט בארימטע בית הוראה לעניני ריבית - ברית פינחס בראשות הרה"ג ר' פנחס ווינד שליט"א

נייעס
אכשר דרא!

אכשר דרא!

מתוך דברי הגאון רבי אלעזר ניסן רובין שליט"א ביים מעמד פתיחה פאר די פינף פריש געגרינדעטע חבורות אינערהאלב מסגרת "קנין הוראה", יום א' פר' וירא העעל"ט:

נייעס