אכשר דרא!

אכשר דרא!

July 16, 2024

מתוך דברי הגאון רבי אלעזר ניסן רובין שליט"א ביים מעמד פתיחה פאר די פינף פריש געגרינדעטע חבורות אינערהאלב מסגרת "קנין הוראה", יום א' פר' וירא העעל"ט:

"ס'איז א געוואלדיגע זכי' צו זיין דא היינט. תורה איז דא זייער אסאך היינט. מ'קען זאגן ס'איז שוואכע דורות, אבער מ'קען זאגן ס'איז אכשור דרא. המקובל רבי משה יאיר וויינשטאק זצ"ל שרייבט אז לדעתי וויפיל תורה ס'איז דא היינט איז שוין נישט געווען מימות השופטים. אין די אלטע היים איז דאס נישט געווען. גדולים זענען געווען, קאנאנען, אריות שבחבורה, אבער הונדערטער און טויזענטער לומדים בני תורה קען מען זאגן אז דאס איז א נייע ערשיינונג און היינטיגע אנטוויקלונג. אבער די ספעציעלקייט פון די היינטיגע מעמד וואס מיר זעען דא איז, ווי אזוי מענטשן זענען מקיים "יפה תורה עם דרך ארץ". מענטשן וואס קענען משלב זיין דעם 'נשאת ונתת באמונה' אינאיינעם מיט די 'קבעת עתים לתורה'. מענטשן וואס ווייסן ווי אזוי מקיים צו זיין 'איזון ואפלח ואפרנס יתיכי', אבער אין די זעלבע צייט - 'כהלכות גברין יהודאין', אזוי ווי א איד ברענגט פרנסה, דהיינו ער געדענקט וואס איז די עיקר און וואס איז די טפל. אז ס'איז מלאכתו עראי ותורתו עיקר. די תורה דארף זיין די קבע. 

מען כאפט זיך אראפ א שעה צוויי צו לערנען און מען טוישט די ניגון פון די ווערטער "רחיים בצאורו ויעסוק בתורה" פון לשון תמי' צו לשון ניחותא. יא, מען איז טאקע מקיים דעם 'בזיעת אפך תאכל לחם' דערנאך איז דא די יעסוק בתורה און ווען ס'דא צייט כאפט מען זיך אראפ פאר תורה. אז די שעת השיעור ווערט מוקדש לתורה ווערט שוין נאכגעשלעפט ממילא נאך זמנים וואס מען כאפט זיך אראפ פאר תורה. ס'שוין נישט די זעלבע מענטש, ולא נודע - כי באו אל קרבנה, ער איז כולו תורה. 

עס איז דא א קליינע יצה"ר וואס זאגט "דו גייסט אריין יעצט אין א פעלד ווי דו גייסט סיי ווי נישט ארויסקומען בשלימות." בפרט אז דו ביסט א בעה"ב און דו ארבעטס. וועסט אפשר פארזיכן אביסל אין די עולם הלכה - און דאס איז די אלטע יצר הרע פון 'אדער גאר אדער גארנישט'. א מענטש וויל כאפן אלעס אויף איין מאל. עמל"ק איז אותיות עמל ק', מוטשע זיך אויף הונדערט פראצענט און אויב דו קומסט נישט אן ביז הונדערט פראצענט, הייב נישט אן אפילו. עד כאן דברי יצר הרע. אבער עס גייט נישט אזוי - אין לימוד התורה איז דא כמה דרגות. נישט יעדער קען אנקומען צו אלעס. 

ווען מען זאגט די ווארט "תלמיד חכם" עס איז א ברייטע ווארט, אזא קאלירפולע ווארט - וואס מיינט תלמיד און וואס מיינט חכם. עס מיינט נישט אז ווייל דו ביסט נישט אנגעקומען צום לעצטן און העכסטן טרעפל אויפ'ן לייטער מיינט נישט אז די סולם העולה בית א'ל איז נישט געמאכט פאר דיר. עס איז א טעות מעיקרא, הייב אן! טאנץ אריין! פרוביר! פארזיך אביסל! דיין קאפ וועט זיך עפענען, דיין בליק וועט זיך טוישן. 

וואס? איך גיי ווערן א פוסק הדור? איך וועל פסק'ענען שאלות? ניין. דו וועסט פארשטיין אביסל - תכלית הידיעה שלא נדע. איך ווייס וואס הייסט געוואוסט, וואס איז זיכער יא וואס איז זיכער ניין. ער הייבט אן צו שווימען אין די ים התלמוד, עס מאכט א נייע מענטש. ס'איז נישט קיין שאלה. 

די עיקר וואס דער אייבערשטער וויל איז גדול תלמוד שמביא לידי מעשה, דער בעל התניא האט א גאנצע שטיקל וואו ער שרייבט אז איינער וואס עס בלייבט אים נישט קיין סאך צייט צו לערנען דארף זיין "כל לימודו הלכה למעשה." עס מיינט נישט מען זאל צומאכן די גמרא און לערנען בלויז משנה ברורה, קיצור שו"ע און הלכות פסוקות. אוודאי אלעס ווערט צאמגעפלאכן צוזאמען מיט די דברי חז"ל, מען לערנט טור וואס איז געבויעט אויף די גמרא און אלעס קומט דאך פון תורה שבעל פה אבער די ציל און דגוש דארף מען לייגן אויף לימוד הלכה למעשה. פאר דעם איז מען זיך צאמגעקומען היינט צו פארשטיין, צו מעריך זיין און צו מחשיב זיין די לימוד הלכה למעשה. 

צו הערען די גאנצע שיעור רופט: 718-298-2077, דרוקט 9 און דערנאך 262376#

Latest Articles

All Articles
געלעבט די הלכה

געלעבט די הלכה

די חשובע משתתפים אין די חבורות פון איסור והיתר זענען געגאנגען צו צוויי גרויסע בתי שחיטה אין ניו יארק, מיטצוהאלטן און צוזעהן פון דער נאנט די אלע הלכות וואס מ'האט נארוואס קונה געוועהן.

נייעס
א נייער שותפות

א נייער שותפות

קנין הוראה צוזאמען מיט בארימטע בית הוראה לעניני ריבית - ברית פינחס בראשות הרה"ג ר' פנחס ווינד שליט"א

נייעס
פארהערען ביי גדולי רבנים שליט"א

פארהערען ביי גדולי רבנים שליט"א

שטארקע הצלחה אנגעוויזן ביי בחינות בע"פ במסגרת קנין הוראה

נייעס