ס'איז נישט קיין חלום

זיי קונה  

אין איין יאר

שליסט אייך אן מיט די זעלטען געשמאקע לימוד הוראה, מיט איר אויסגערופענע קלאסן צוגעשטעלט און צענטער פון שטאט אדער פון די באקוועמליכקייט פון אייער היים

שכוייח! מיר האבען ערהאלטען אייער מעסידזש!
Oops! Something went wrong while submitting the form.

געהערט פון אונזערע תלמידים

"כאטש איך קען נישט אריינקומען אין בארא פארק פערזענליך, שפיר איך ווי א חלק פון די זאך, אלעס איז צוגעשטעלט אויף א זילבערנע טאץ."

דוד ר.
Lakewood, NJ

"ימלא פי תהלתך. קנין הוראה האט מיר געגעבן א נייע חיות אין לימוד התורה"

יענקי פ.
Boro Park, NY

"איר האט צוגעשטעלט אסאך מער ווי איך האב מיך גערעכנט, צו ס'איז די קונטריסים, די מגידי שיעור, דער סדר פון לימוד וחזרה, ס'איז דאך הפלא ופלא!"

ברוך וו.
Seagate, NY

איבער
קנין הוראה

קנין הוראה איז די מערסט אמטירנדע הלכה פראגראם אויסגעשטעלט פאר ערנסטע תלמידים וואס ווילען פארברייטערן זייער ידיעות און קונה זיין הלכות. די שיעורים ווערן פארגעלערנט דורך חשוב’ע תלמידי חכמים מיט א מייסטערהאפטיגע קלארקייט און געשמאק.

בארא פארק'ער צענטער

א לופטיגער בית מדרש אין הארץ פון בארא פארק

אונזער תורה צענטער דינט אלס די געצעלט פאר די שיעורים און פאר די תלמידים צו חזר'ען אין די אייגענע צייט און בעפארצוג צום פארהער.

איבער אונז

גרינג און באקוועם

וועל אויס וויאזוי צו לערנען דורך איינע פון די באקוועמע אפציעס
על פי הוראת הרבנים פארלאנגט מען אז אלע תלמידים וואס וואוינען אין בארא פארק זאלען זיך משתדל זיין אריין צו קומען לערנען אין בית המדרש ווי איידער אויפ'ן קאמפיוטער.

אין בית המדרש

אונזער באקוועמער בית המדרש לאקירט אין הארץ פון בארא פארק שטעלט אהער די קלאסען אין א באקוועמע אטמאספערע.

הוק-אפ

האלט מיט די לייו הוק-אפ סיי ווי אימער אין פאל איר קענט זיך נישט משתתף זיין בפועל.

רעקארדירונג

איר האט פארפאסט א שיעור? אויפ'ן וועג? מ'קען אלס איבערהערען די רעקארדירונג.

עדות גדולי ארץ ישראל

חיבור צו תורה הקדושה

"די חומר הלימודים איז וואונדערליך. עס דערקענט זיך די שווערע ארבעט וואס מ'האט משקיע געווען אין די סיכומים און פארשידענע חזרות. מען טוט פארמיידן וואס חז"ל זאגן 'הלומד ואינו חוזר כזורע ואינו קוצר.' נאר אזוי באקומט מען א ריכטיגע קנין און חיבור צו תורה הקדושה."

הגאון רבי צבי בראווערמאן שליט"א
ראב"ד ביתר עלית

קנין הוראה

"עס איז קלאר אז ווער ס'קען נישט גוט די הלכות וואס פעלט אויס, איז עלול ח"ו נכשל צו ווערן אין איסורים רח"ל. "קנין הוראה" איז א גרויסע זאך וואס ברענגט אריין די הלכה פון די מקור, ווי אויך די הלכה מיט וואס מען דארף זיך פירן טאג טעגליך. עס איז א חיוב אויף יעדן איינעם!"

הגאון רבי נפתלי נוסבוים שליט"א
ראש ישיבת חיי משה, גאב"ד 'הישר והטוב' ו'אהבת שלום'

ידיעת הלכה למעשה

"ווען מען זעט די סדרי הלימודים וואס דערלייכטן די אויגן איז קלאר אז יעדער וואס וועט זיך אנשליסן אין "קנין הוראה" וועט באקומען א קנין נצחי וואס וועט אים באגלייטן צו וויסן ואס איז מותר און וואס איז אסור, וואס איז כשר און וואס איז פסול. ידיעת הלכה למעשה דאס איז וואס פעלט אין אונזער דור."

הגאון רבי שמואל בראנסדארפער שליט"א
דומ"ץ וראש ועד בית השחיטה בבד"ץ עדה החרדית

א רב אינדערהיים

"ביז יעצט איז געווען א מצב פון "תורה מונחת בקרן זוית," אבער יעצט אז ס'דא "קנין הוראה" איז שוין "כל הרוצה יבוא ויטול." עס איז צוגעפאסט אויך פאר יונגעלייט און תלמידי חכמים מופלגים וואס ווילן וויסן די הלכה למעשה, און אויך פאר יעדער וואס וויל זיין "א רב אינדערהיים" און זיך מונע זיין פון מכשולות ח"ו".

הגאון רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א
גאב"ד מערב בני ברק

דער פראגראם

אונזער קורסעס

סמיכה פון
רבנים מובהקים שליט"א

אונזער וועד הסמיכה רעכנט אריין חשוב'ע רבנים, צווישען זיי, די צאנזער דיין פון בארא פארק הרה"ג רבי שלמה לייזער שליט"א און הרה"ג רבי אברהם צבי פריעדמאן שליט"א דומ"ץ גאלאנטא ומח"ס אוצר הלכות.

ערפארענע
מגידי שיעור

אונזער מגידי שיעור זענען עקספערטען אין דעם פעלד און צייכענען זיך אויס מיט קלארקייט און פראקטיק. יעדער מגיד שיעור איז איבערגעגעבען צו זעהן די הצלחה פון זיינע תלמידים פארזיכערענדיג אז איר זענט גרייט פאר די בחינות.

ספעציעלע
חוברות-עזר

מיר האבען בסייעתא דשמיא אהערגעשטעלט הערליכע חוברות-עזר: קונטריסים אויף יעדע נושא אין א קלארע לייכטע שפראך. ציורים און טבלאות פארזיכערן אז איר וועט אלעס פארשטיין מיט א קלארקייט און די קלארע סיכומים נעמען אלס צוזאם אז איר זאלט עס גוט קענען און געדענקען.

חיזוק
און עידוד

אונזער ערפארענע שטאב איז אייביג דא פאר אייך, צו ענטפערן סיי וועלכע שאלות, בשעת השיעור און אויך אין אלע אנדערע זמנים. א הערליכע קשר ווערט אויך אויפגעבויט צווישען די משתתפי השיעור.

גאר רייכע תוכן

אונזערע ספעציעלע חוברות-עזר זענען צוזאמגעשטעלט דורך אונזער אייגענע מומחים בהלכה והוראה, פון די ווערטער פונ'עם שלחן ערוך און פוסקים, צו אונזערע ספעציעלע סיכומים, ציורים און טבלאות. מיר האבען בס"ד אהערגעשטעלט תוכן וואס וועט אפעלירן צו אלע סארט לערנער. צו איר לערנט בעסער דורך, שיעורים, ספרים אדער ציורים, וועט איר אייך טרעפעפן אייער פלאץ מיט א גוטע דרך קונה צו זיין די הלכות.

נייעס און ארטיקלען

לעצטיגע געשענישען אינערהאלב קנין הוראה

יעדער  
קען
באקומען סמיכה,
יא, אויך דו.

ערהאלט א תעודת הוראה וואס פארצייכענט אייער בקיאות אין הלכה, בחתימת וועד רבני קנין הוראה

אונזער קורסעס